Friday, April 16, 2010

מזל טוב

יושע מאיר גפן - להולדת הבן
חיים יצחק סקולע - להולדת הבן

Wednesday, April 14, 2010

קידוש השם ביים אסיפת התעוררות ער"ח אייר תש"ע


ניי וויליאמסבורג, א זעלטענער קידוש השם איז געווען דער אפצייכענונג פין א יעדן וואס האט צוגעזעהן די נעכטיגע עצרת תפלה ואסיפת התעוררות אין דעם היכל ביהמ"ד הגדול בית יעקב נחמי' דקהל יטב לב דסאטמאר אויף מוירטעל עוו אין ניי וויליאמסבורג

אחדות און אמונה האט מען געקענט טאפן אין די לופטן, ווען מען איז געזעצן אין ביהמ"ד און יעדער פאר זיך מיטן תהלים'ל האט זיך געבעטן ביי אונזער גרויסן טאטן, אונזער איינציגער באשעפער אז ער זאל רחמנות האבן אויף די אומשילדיגע משפחה פין זעקס קליינע קינדער, מען האט געבעטן השי"ת זאל אונז צוריקברענגען אין ביהמ"ד דעם טייערן אינגערמאן וואס האט מיט זיין איידעלקייט, טוב תורה עם דרך ארץ, מיט זיין כח התפלה געברענגט א אויסערגעווענליכע חן צו אונזער מקום תורה ותפלה

און יעצט איז אונזער האפענונג אז די תפלות און קבלות טובות זאלן עושה רושם זיין אין הימל לרצון לפני אדון כל און שלמה זאב בן רחל זאל האבן א רפואה שלימה במהרה בתושח"י

Monday, April 12, 2010

מזל טוב יצחק זילבערשטיין

לכבוד די נייע מיידעלע בעבי

אסאך אידיש נחת

שלמה זאב בן רחל


דער מצב איז נישט גוט ביי שלמה זאב.

מען האט אראנזשירט א אסיפת התעוררות פאר מארגען ער"ח אייר
דאס בילד איז פין א חוה"מ סוכות קומזיץ ביי שלמה זאב ווען ער האט זיך אויפגעהאלטן אין סאטמאר ביקור חולים ערהוילונגס היים אין סיע-גיעט